איציק שפיציק
מילים: איציק מאנגר
לחן: נורית הירש 22.1.68
ביצוע: דורה ופרלה מאגר
מתוך ספרו של איציק מאנגר: שטערן אין שטויב (כוכבים בעפר)
איציק שפיציק גאט מיט דיר, לויף און קויף א פלעשל ביר.
לויף און קויף א פלעשל ווין, וועלן מיר אלע פריילעך זיין.
לויף איך, קויף איך, קום צוריק, זע איך עפעפס אן ענתיק:
דער פרומער רב אלקנה, שפרינגט קעגן דער לבנה.
דער פרומער רב אלקנה, שפרינגט קעגן דער לבנה. ?
ער רעדט צו איר אזוינע רייד, אז זי טייעט אן פאר פרייד:
" איי איי איי, בעל תאוו'צע, איי איי, קראסאוויצע" .
און אלע יידן מיט אמאל, חזר'ן איבער אויף א קול:
" איי איי איי, בעל תאוו'צע, איי איי, קראסאוויצע
איי איי איי, בעל תאוו'צע, איי איי, קראסאוויצע" .
וויס איך נישט, וואו אויס וואו איין, טרינק איך אויס דאס פלעשל ווין.
ווערט מיר ליכטיק אויפן הארץ, רויט איז גרין און בלא איז שווארץ.
טרינק איך אויס דער פלעשל ביר, פיל איך "מיר זאל זיין פאר איר".
שפרינג איך אויך אריין אין קאן, רב אלקנה אויבן אן.
שפרינג איך אויך אריין אין קאן, רב אלקנה אויבן אן.
און דער טאטע נעבן מיר, חזר'ט איבער אן א שיעור:
" איי איי איי, בעל תאוו'צע, איי איי, קראסאוויצע" .
און אלע יידן מיט אמאל חזר'ן איבער אויף א קול:
"איי איי איי, בעל תאוו'צע, איי איי, קראסאוויצע
איי איי איי, בעל תאוו'צע, איי איי, קראסאוויצע
איי איי איי, בעל תאוו'צע, איי איי, קראסאוויצע
איי איי איי, בעל תאוו'צע, איי איי, קראסאוויצע" .